פראכטפול און הייליג

א שמועס מיט לביאס

 

פראכטפול

און הייליג

ויב מ’דארף צוטיילן דעם קרוין פאר דעם
מערסט פראמינענטן מעבל פראדוצירער
פאר שולן און בתי מדרשים איז עס געוויס
די בארימטע לביא’ס, וואס פארפיגט שוין
צענדליגער יארן אין דעם געביט און זיך איינגעהאנדלט אן
אויבן-אן זיץ ארט נאכ’ן אויסשטאפירן די סאמע שענסטע
און גרעסטע שולן אין אלע עקן פון דער וועלט.
מיר האבן אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט’ן
טאלאנטפולן און ענערגישן ר’ יצחק ווארך, דער
פארשטייער פון דער לביא’ס פירמע אין אמעריקע צו הערן
איבער אלעס ארום דער עבודת הקודש פון באשיינעם
דעם בית לה’ אין דער היינטיגער צייטגייסט.

שלום עליכם ר’ יצחק. אויב איר קענט זיך פארשטעלן,
וואס איז אייער שטעלע אין לביא’ס מעבל פירמע?
איך בין זייער אמעריקאנער פארשטייער און
רעפרעזענטעטיוו, צו באגלייטן די היגע קליענטן
דורכאויס דעם גאנצן פראצעס פון אויסשטאפירן א שול
און ווי פארשטענדליך, באדינען אלטע קליענטן מיט אלע
זייערע געברויכן.
אויב קענט איר צוריקמישן א רגע דעם בלעטל, וואו
הייבט זיך אן די געשיכטע פון לביא’ס ביהמ”ד מעבל?
די ווארצלען פון דער פירמע גייט צוריק צו די יארן
באלד נאך דער צווייטער וועלט מלחמה און אפערירט שוין
פאר איבער 70 יאר מיט גרויס הצלחה. ווי פארשטענדליך,
מיט אזויפיל יארן אין דער ליניע קומט א געוואלדיגע
טראסט ב”ה.
די געשיכטע פון לביא’ס קומט מיט א לעגענדע:
אנגעהויבן האט זיך עס מיט א קבוצה אידן וואס זענען
געקומען פון ענגלאנד נאך דער צווייטער וועלט מלחמה
און זיך באזעצט אין א ישוב נעבן טברי’ וואו זיי האבן
אויפגעשטעלט זייער אייגענע קהלה. אז ס’איז געקומען צו
בויען א שול האבן זיי זיך אלע צוזאמגענומען און געבויעט
א פרעכטיגע שול אויסשטאפירט מיט אלע איינריכטונגען.

נאכ’ן האבן סוקסעס אין זייער אייגענער שול און
מענטשן האבן זיך באקענט מיט זייער פאכמאנישע
ארבעט. אין יאר 1954 למספרם, ווען עס האט זיך
געבויעט א דערנעבנדן ישוב האט מען זיך גענוצט
מיט די פאכלייט פון לביא’ס צו בויען די זיץ ערטער
פאר די שול. פון דארט און ווייטער האט מען אין
גאנצן אומגעגנט זיך אנגעהויבן באנוצן מיט די
מייסטערס פון לבי’אס צו באשיינען די שולן אין אלע
ארומיגע קליינע שטעטלעך וואו די טאלאנטפולע
פאכלייט האבן אויסגענוצט זייער ארטיסטישע און
פאכמאנישע פאר די חשוב’סטע צוועק וואס איז
נאר דא, לפאר ולרומם את בית אלוקינו.
עווענטועל איז פון דעם אויסגעוואקסן א פירמע
וואס גיט זיך אפ מיט אויסשטאפירן שולן איבער
דער גאנצער וועלט מיט די שענסטע מעבל און
ארון הקודש.
אין לויף פון די יארן, וויאזוי האט זיך די
קאמפאני אנטוויקלט און אויסגעברייטערט?
אין די ערשטע תקופות האט מען זיך מערסטנס
אפגעגעבן מיט’ן צושטעלן טישן און בענק פאר שולן,
נאך וואס אמאל פלעגן רוב שולן זיין אויסגעזעצט
מיט שורות פון בענק אד”ג און ס’איז אריין אן עבודה
רבה אויפצוקומען מיט די בעסטע אויסשטעל און
דערנאך צוצושטעלן די מאטעריאל.
מיט ארום צוואנציג יאר צוריק האט זיך לביא’ס
פאראייניגט מיט נאך א פירמע צו פראדוצירן
ארון קודש’ס. היינט פיגורירט די פירמע מיט צוויי
באזונדערע דעפארטמענטס און צווייפראדוקציע
ליניעס. איינס איז צוצושטעלן זיצן אראנדזשירונגען,
ווי טישן און בענק און דערנאך איז דא די
ארטיסטישע חלק פון צושטעלן דעם ארון הקודש,
בימה, עמוד און אנדערע הערליכע שול מעבל.
די פירמע פארמאגט אומגעפער הונדערט
ארבעטער און א פאבריק אויף א שטח פון איבער
5000 סקווער פיס. דורכאויס די יארן האט מען
שוין סערווירט אזויפיל ווי 6000 שולן איבער דער
גאנצער וועלט.
לויט אינערליכע סטאטיסטיקס פראדוצירן מיר
אומגעפער 500 שול זיצן פער וואך און מיר טוען
גענצליך אויסשטאפירן און צוענדיגן א שול פער
וואך ערגעצוואו איבע דער גאנצער וועלט.
דערציילט אונז איבער גרעסערע פראיעקטן
צוגעשטעלט דורך לביא’ס?
דער גרויסער בעלזער ביהמ”ד אין ירושלים מיט
זיין גאנצן אינהאלט ווי דער הערליכער ארון קודש,
די טישן און בענק און אלע שענק ארום האבן מיר
אהערגעשטעלט. אין דעם גאנג האבן מיר שפעטער
געמאכט אייניגע קלענערע פראיעקטן, פאר בעלזא
אכצן און בעלזא פופצן אין בארא פארק, וואס לויפן
אלע אויפ’ן זעלבן סטיל פונעם ביהמ”ד הגדול אין
ירושלים.
אויך אין טאהש קודש האבן מיר געמאכט די זיצן
אראנדזשירונגען.
אין סאטמאר אנטווערפן האבן מיר
אהערגעשטעלט די זיצן. אין דער נייער סאטמאר
וואולאבאוט ביהמ”ד אין וויליאמסבורג וואס איז
נארוואס פארטיג געווארן האבן מיר צוגעשטעלט
אלע שול מעבל אריינגערעכנט אן אויגפארכאפנד
שיינע ארון הקודש.
אונזער ארבעט שפרייט זיך אויס איבער אלע
לענדער און קאנטינעטן, און צו דערמאנען איינע פון
אונזער לעצט פארענדיגטע בתי מדרשים איז דער
ביאלא ביהמ”ד אין לאנדאן וואס איז אויסשטאפירט
מיט אומגלויבליכע קונסטווערק וואס בלויז צו
מאכן די שניצונגען האט גענומען גאנצע זעקס
חדשים ארבעט.
וויכטיג צו באמערקן אז די חב”ד הויפטקווארטיר
נוצט אונז אין רוב פעלער פאר זייער געברויכן
אויסצושטאפירן אלע זייערע חב”ד הייזער, וואס
קומט אויס אז מיר סערווירן ממש אין אלע עקן
וועלט, ביז צו די פארשטופסטע לענדער אין
אפריקע. 

וויאזוי האט זיך די וועלט פון ביהמ”ד מעבל
געטוישט מיט די יארן?
געענדיגט די צייטן וואס מ’נעמט אבי אן ארון
קודש. חסידישע בתי מדרשים נעמען היינט צוטאגס
אויף פראפעסיאנאלע דעזיינערס אויפצוקומען מיט
עפעס אריגינעל און צו דער זאך.
ווי ס’שיינט מיר גלייכט דער חסידישער
עולם א ריינעם קלאסישן אויסזען מיט אביסל
פארגעשריטנקייט, אבער דאך מיט א טעם פון
אמאל, נישט מאדערן און ליידיג אבער אויך נישט
שווער-אונגאריש-אנגעלייגט. געוויס שטעלן מיר
זיך צום מארקעט לויט די ווילן פון די קליענטן,
לעשות כרצון איש ואיש.

וואס וואלט איר געזאגט איז די שטערקסטע נקודה אין לביא’ס וואס מ’קען נישט באקומען
ערגעץ אנדערש?
ס’איז דא עטליכע נקודות:
ערפארונג. נאכ’ן זיין אזויפיל יארן אין דער ליניע
האבן מיר אן אומפארגלייכבארע עקספיריענס וואס
אונזערע קליענטן ווייסן צו שעצן.
אלע אונזערע ארבעט ווערט געמאכט דורך
ערליכע אידן יראים ושלמים שומרי תורה ומצוות.
אויסער וואס מ’איז מקיים די מצוה פון וחי אחיך
עמך טוישט עס די גאנצע כאראקטער פון די
ארבעט, ווען עס ווערט געמאכט דורך ערליכע
אידן וואס האבן א ברענענדיגן פיל פאר כבוד בית
מקדש מעט און עס דערקענט זיך שוין איינמאל אין
די קוואליטעט און רייכקייט און “היימישקייט” וואס
גייט אריין אין די ארבעט.
ווען מיר האבן אמאל אויפגעשטעלט אן ארון
קודש אין ר שול אין ארקאנסא, איז געשטאנען
דער היימישער פאכמאן און זיך אונטערגעברומט
זה קלי ואנוהו במשך דער גאנצער צייט. ווען דער
רב האט זיך דאס אונטערגעהערט האט ער זיך
אויסגעדרוקט אז פאר דעם אליין האט זיך שוין
געלוינט צו באשטעלן דעם ארון קודש ביי לביא’ס

צוזעענדיג מיט וויפיל הארץ און ריינע כוונה די
ארבעט ווערט געמאכט.
צוגעפאסט לויט אייער געברויך. ווען עס קומט
צו זיצן אראנדזשירונגען האבן מיר א ברייטע
אויסוואל פון לייכטע און שווערערע סארט טישן
און בענק, פון האלץ ביז אייזן, מיט פרייזן צוגעפאסט
פאר יעדן סארט בודזשעט.
ווי אויך וועלן מיר צופאסן קאסטום מעיד דעזיינס
איבערצוקומען סיי וועלכע טשאלענדזשעס. מיר
האבן שוין געארבעט פאר חדשים לאנג וויאזוי
אויסצושטעלן גרויסע חסידישע שולן אז עס זאל
זיין מועט המחזיק את המרובה ווי אויך זאל מען
קענען שנעל צוזאמלייגן אדער אויסשטעלן די שול
אין פאל מ’וויל זיך באנוצן מיט’ן ביהמ”ד פאר א טיש,
א חתונה אד”ג.
ועל כולם איז עס אונזער הויכע קוואליטעט.
מיר זוכן דייקא נישט אבי די ביליגסטע פראדוקציע
נאר אונזער ציל איז צוצושטעלן די סאמע
בעסטע פראדוקטן אויפ’ן מארקעט באגלייט
מיט אן אויסנאמליכע קוואליטעט קאנטראל.
פארהאן פארשידענע פראדוצירער וואס באנוצן
זיך מיט פעקטאריס אין ווייטע לענדער ווי אין
אינדיאניזיע אדער וויעטנאם וואו ס’איז שווער
צו האבן א קאנטראל איבער די קוואליטעט. מיר
האבן אונזערע אייגענע פאבריקן און אלעס ווערט
געמאכט דורך אונז אליין וואס באדייט אז יעדע
איינציגע שטיקל ווערק וועט מען טעסטן איידער
עס ווערט אפגעשיקט צום קליענט און אונזערס
א פראדוקט קומט מיט א הונדערט פראצענטיגער
גאראנטיע אין דויערהאפטיגקייט און דעזיין צו
אלעמענס העכסטער צופרידנהייט.

וואס איז דער געווענליכער פראצעס וויאזוי אן
ארון קודש ווערט באשטעטיגט?
מיר קומען אראפ רעדן מיט דער הנהלת הקהלה
אדער ספעציפישער קליענט און מ’הערט אביסל
וואס איז זייער געשמאק און “טעיסט” און אין
וועלכער ריכטונג ווילן זיי גיין. דערנאך ווייזט מען
פארשידענע עקזעמפלארן פון ארבעט במשך די
יארן. דער קליענט וועט אויסוועלן וואס ער וויל און
צוזאמשטעלן א בערכ’דיגע בילד וואס ער דארף.
דערנאך וועלן אונזערע אייגענע אינהאוז דעזיינערס
ארבעטן לויט’ן געשמאק פונעם קליענט און אים
עפעס צושטעלן אן אייגנארטיגע און אריגינעלע
פראדוקט.
פון דארט גייט מען ווייטער שטאפלווייז, ביז
עס אנטוויקלט זיך א דעזיין וואס דער קליענט איז
צופרידן און מ’קען זיך נעמען צו דער פראדוקציע.

צופרידן און מ’קען זיך נעמען צו דער פראדוקציע. שילדערט אונז אייניגע פון די אויסדערוועלטע קונצליכע פראיעקטן וואס איז אהערגעשטעלט
געווארן דורך לביא’ס?
צווישן די מערקווירדיגע פלעצער וואו עס
געפינט זיך אונזערע קונסט ווערק איז אין לוד
לופטפעלד אין ארץ ישראל וואו מיר האבן דעזיינד
און פראדוצירט א הערליכע אייגנארטיגע שול’כל
וואס שטייט צום באנוץ פאר די טויזנטער רייזנדע.
די מערסט פראמינענטע ארט וואס מיר האבן
געהאט די זכי’ צו אויסשטאפירן איז לכאורה אין
מירון ביים ציון הקדוש פון הייליגן תנא רבי שמעון
בר יוחאי וואו עס איז אויסגעשטאט געווארן מיט
נייע בענק און זיץ ערטער און הערליכע ספרים
שאפעס און א הערליכע ארון קודש.
אנדערע אייגנארטיגע פראיעקטן איז דער
גיגאנטישער היכל התורה פאר ביהמ”ד תולדות
אהרן אין ירושלים; גאר אינטערעסאנט איז די
פארעסט הילס שול אין טאראנטא וואס די ארטיגע
קהלה מעמבערס האבן געוואלט נאכמאכן זייער
אריגינעלע שול פון וואו די קהלה שטאמט.
אן אנדערע ענליכן פאל האבן מיר געהאט מיט
א קהלה וואס שטאמט אריגינעל פון דער שטאט
לובערג אין דייטשלאנד וואו די ארטיגע שול איז
חרוב געגאנגען דורכאויס די טרויעריג בארימטע
קריסטאלנאכט איבערפאל און מיר האבן באוויזן
איבערצומאכן און צוריקשטעלן די אריגינעלע
ביהמ”ד אין דייטשלאנד מיט זיין אריגינעלן פראכט.
די קהלה האט אונז געשיקט אלטע שווארץ און
ווייסע בילדער וויאזוי זייער שול האט אריגינעל
אויסגעזען און מיר האבן דאס נאכגעמאכט אויף א
מייסטערהאפטיגן פארנעם מיט דער מיטארבעט
פון אונזער געניטער שטאב פון עקספערטן,
דעזיינערס און אינדעזשענירן.

א לעצטיגער אויסערארדנטליכער פראיעקט אין
וועלכן ס’איז אריין א געוואלד מיט ארבעט?
די הערליכע אויסשטעל און ארון קודש אין ניי
גיגאנטישער און פראכטפולער ביהמ”ד סאטמאר
וואולאבאוט אין וויליאמסבורג איז עפעס פון וואס
מיר זענען גאר שטאלץ.
אויסער וואס איז א מייסטער ארבעט פון
וועלכער די אויג קען זיך נישט גענוג אפזעטיגן
איז אריין דערין אן א שיעור ארבעט און פלאנירונג,
טאקע ווייל דער ביהמ”ד האט פארגעשטעלט
אן איינגארטיגע טשאלענדזש; אנדערש ווי ווען
מ’בויעט א שול אויף א גרויסן ליידיגן שטיק שטח
ערגעצוואו אין אפסטעיט איז דאך וויליאמסבורג
אן ענג פלאץ און יעדע אינטש אין דעם ביהמ”ד
האט געדארפט זיין אויסגערעכנט פון פאראויס
ארויסצונעמען די מאקסימום דערפון און אויף א
קלוגן וועג.
א ביישפיל איז מיט דער פראכטפולער בימה
וואס באשיינט דעם צענטער פון ביהמ”ד. די
הנהלת הביהמ”ד האט געוואלט אז די בימה זאל
גענוצט ווערן נאר אום שבת און במשך דער וואך
זאל עס באזייטיגט ווערן. אונזער אינדזשעניר
איז אויפגעקומען מיט א קונצליכע דעזיין וויאזוי
צו פארפאקן און צוזאמלייגן די בימה שנעל און
פראקטיש און עס זאל זיך אריינפאסן אין צוגעגרייטן
סטארעדזש צימער.
דאס איז איין ביישפיל ווי קליענטן קומען צו
אונז מיט אלע סארט פראבלעמען און אייגנארטיגע
טשאלענדזשעס, נישט נאר אין תחום פון
קריעטיוויטעט נאר אין סטרוקטור און פראקטישן
זין און מיר האבן א דעזעגנירטע שטאב פון פאכלייט
וואס וועלן זיך ספראווען מיט יעדע סארט געברויך
און איבערקומען סיי וועלכן שטיינדל אין וועג.

וואס איז אייער געדאנקענגאנג ווען עס קומט צו
קאסטומער סערוויס?
יעדער קליענט באקומט זיין פערזענליכער
רעפרעזענטיוו וועמען ער קען רופן בייטאג און
ביינאכט און סיי ווען אימער און דער שטאב
מיטגליד וועט אלעמאל זיין גרייט אים צו העלפן.
פארשטייט זיך אז אונטער יעדן רעפרעזענטיוו
פארמאגן מיר א מיליטער פון פאכלייט וועלכע
באגלייטן אונזער רעפרעזענטיוון מיט אלע סארטן
געברויכן זיכער צו מאכן אז יעדער איינציגער
קליענט איז העכסט צופרידן און יעדער איינציגער
פראיעקט ווערט אויסגעפירט מיט א הונדערט און
איין פראצענטיגן שלימות.

וואו איז אייער שוי רום?
יעדע שול איז אונזער שוי רום און אילוסטרירט
אונזער הערליכע ארבעט. דערפאר וועלן מיר זיכער
מאכן אז עס זאל אויסקומען די שענסטע נאר
מעגליך ווייל דאס וועט דינען ווי אונזער דיספלעי
פאר לאנגע יארן צוקומען.

 

More Posts

Leave your details

Skip to content